top of page

א גאנצע איד

  • Writer: Chesky Goldberger
    Chesky Goldberger
  • Jun 9, 2023
  • 1 min read

ree

בערג,‬ זענען‭ ‬געמאכט‭ ‬צו‭ ‬קריכן

א‭ ‬מעי"ז,‬ איז‭ ‬געשטעלט‭ ‬צו‭ ‬זוכן

שטיינער,‬ ‬איז‭ ‬דא‭ ‬צו‭ ‬בויען

חלוקי‭ ‬דיעות,‬ איז‭ ‬געצילט‭ ‬צו‭ ‬געטרויען

צומישעניש,‬ איז‭ ‬א‭ ‬וועג‭ ‬פאר‭ ‬קלארקייט

זיך‭ ‬לאזן‭,‬ ‬איז‭ ‬א‭ ‬סימן‭ ‬פאר‭ ‬שטארקייט

פארמעסט,‬ איז‭ ‬געמאכט‭ ‬צו‭ ‬געווינען

פארלירן‭,‬ ‬איז‭ ‬אמאל‭ ‬פארדינען

שווימען‭,‬ ‬קומט‭ ‬האלב‭ ‬דערטראנקן

נעמען,‬ איז‭ ‬האלב‭ ‬געשאנקן

א‭ ‬קרעכץ,‬ איז‭ ‬א‭ ‬האלבע‭ ‬ליד

און‭ ‬א‭ ‬צובראכן‭ ‬הארץ‭ ‬איז‭ ‬א‭ ‬גאנצע‭ ‬איד‭.‬

Comments


bottom of page