א געזונטן מונטער
- Chesky Goldberger
- Jun 9, 2023
- 1 min read

א געזאנג פון זאנגען
שורות פון שירה
גראזיגע קלאנגען
ארקעסטרירט יצירה
געבלומט זיך קליידן
די וועלט זיך אויסצירן
ריחות ווי גן עדן
און הימלישע קאלירן
קערנדלעך פון לעבן
הערעלעך פון באנייאונג
שפראצונגען פון שטרעבן
א בליה פון דערפרייאונג
א חידוש אין יקום
פריש און מונטער
רעש'יג און שטום
זינגט זיך אונטער
קעפעלעך זי הייבט
מיט נייגער אויף
קוים וואס גלייבט
זי איז עכט אויף
פארבן יעדע מין
טינטן אויסגעגאסן
רויט געל און גרין
כמעט ווי אומבאשלאסן
די הענטעלעך צארט
און איידל פארשפרייט
זיך ענדליך דערווארט
פון ענגשאפט באפריידט
-
ארומגעוויקלטע געשאנק
מיטן נאמען פרילינג
אין איר א געדאנק
ווי אידענטישע צווילינג
רצונות פארפרוירן
טיף אין מיר ווינטער
אט זיך געבוירן
פריש און מונטער
Comments