א טרויעריגע שמייכל
- Chesky Goldberger
- Aug 15, 2023
- 1 min read

מיט שרעק געזעהן, שועלים אין היכל איינער געוויינט דער צווייטער א שמייכל פארוואס די פרייד, וואו איז די שכל לערנט רבי עקיבא א כלל גדול בתורה ווען דער מצב איז שווארץ מרה שחורה ערגער קען נישט זיין, א פחד א מורא דעמאלט אט, די צייט איז צו לאכן ווייל אז ערגער נישט מעגליך צו גרייכן נאר בעסער איז שייך צו מאכן פוקסן שוין אזוי גייען טויזנטער יארן יענע שמייכל געבליבן בלויז אין זכרון וואו איז די טרייסט פון יענע חסרון מיט א בליק אויף ציון, כ׳פארשטיי עס ס'איז ביטער, פארט פרייליכע נייעס אויפן הייליג ארט, צוויי פיסיגע חיות אומעטיג די מראה, טרויעריג די סצענע אבער די טרייסט, איז די זעלבע ווי יענע אט אט. קען נישט זיין נאך לאנג. ותחזינה!
Comments