top of page

א קוש פונדערווייטן

  • Writer: Chesky Goldberger
    Chesky Goldberger
  • Aug 15, 2023
  • 1 min read

ree

א טראפ וואסער, אוי

צו לעשן געפונען

טרערן טרערן

צי קענט איר גענוג רינען


זענט איר זאלציג גענוג

צו לעשן דעם חורבן

איר קוקט פון אייער בליק

אויס געשטארבן


עס שטיקט א גערוך

עס ברענט שוין דער דאך

אפשר דאך

וועק איך זיך אט וואך


אוי, די שטיינער

די ווענט פאלן

געוואלד, קען איינער

פארשטילן די שאלן


די אויער לעכערט

די גרויליגע שטימעס

ליבלינג, ווער פארזיכערט

דיר פון שמייליגע טומאות


אךך, עס פאלן

די זוילן אין רעש

יא, ביסט געפאלן

ביסט געבליבן, אבער אש


פייער פלאמען

כאפן דיר מיט צוואנגען

שטיין און גאלד צוזאמען

מיטן רויעך פארגאנגען


עס פילט שלעכט

ווי סוף וועלט

אין הארץ שטעכט

טרייסלט א קעלט


אליין ווי שטיין

ביטער ווי זית

די אויגן מיין

זעהט חורבן הבית


קלאגן פארטאגס׳ן

וועט מיין זעל נישט איבערבעטן

ווען פרייע פוקסן

אויף דיר טרעטן


הלואי זאלן בלויז

די מיט פיר פיס

מיין ליבער הויז

דיר האלטן מיאוס


דיין לעצטע וואנט

מיין ירושה פון געגועים

צו שפאט און שאנד

מיט צוויי פיסיגע ברואים


ווילאנג וועל איך ווישן

טרערן פונדערווייטן

איך וויל דיר שוין קישן

ווי אין די גוטע צייטן


דער מלכות הרשעה

מהרה תעקר

דיין אמתע קדושה

דיין אריגנעלע פלאקער


מיינע פיס באטרעטן

דיינע פארכטיגע שטיין

זיך איבערגעבעטן

מיר זענען צוריק איין


ותחזינה עינינו

די שכינה רוען

במהרה בימינו

בשובך לציון

Comments


bottom of page