אחחחד
- Chesky Goldberger
- Feb 2, 2024
- 1 min read

באשעפער זיסער גרויסער גאט
דו ביסט נאר איין
דו ביסט אחד
העלף מיר איך זאל שפירן
און זיך פירן
מיט דיין געבאט
טאטע זיסער גרויסער העלד
דו ביסט מיין ליבער
דו ביסט מיין וועלט
העלף מיר איך זאל לעבן
צו געבן
וואס דיר געפעלט
בני בני בני
מיין קינד איך זוך פון וואו
דו נעמסט די גבורה
דו האלטסט דיין צורה
צו זיין ווי מיר אליין
בני בני בני
איך זוך פון וואו נאר וואו
דו האסט דעם סוד
צו זיין אחד
און בלייבן אזוי ריין
בלויז איין טאטע האט
און ער שרייט השם אחד
דו ביסט גאט
מיין איינציג גאט
טאטע, השם אחד
בלויז איין קינד ער האט
צוזייט, צושפרייט, צושפאט
וואו איז נאך דא ווי
כעמך מי
ישראל גוי אחד
דו ביסט איין
און האסט נאר איין
מיר זענען ביידע
איינציג איין
מיר בלייבן איין
אייביג איין
ווייל איינס מיט איין
איז - איין.
Comments