איך בין געפאלן, א קרבן
- Chesky Goldberger
- Oct 24, 2021
- 2 min read

איך וויל
גרייכן ווייט
מיין ציהל
איך פיהל
כמעט
דא. דא.
כ׳טאפ עס
נאך א רגע
א שעה
און איך כאפ עס
איך שמעק
די גערוך
זעה קלאר
די עק
פון דורכברוך
שאיפות בריען
אויף מיליאן גראד
תקופות
איבערציען
מיט לויטער זייד
א לייטער הויעך
נאר אנע טרעפ
טויזנט גופים
אנע קעפ
א נוקלער רעאקטער
קאכט און זידט
אין א קאלטע כאראקטער
פון פארגליווערטע בלוט
דייטליכע צילן
פאנטאזיעס דרייסט
א אייזערנע ווילן
אבער שטרויענע גייסט
אין קאנטאקט ליסטע
׳עתיד׳, א חבר
ווידער א גוסטע
׳עבר׳
און דזשאווער
פליגלען פריי
די שטייגן, דערשטיקן
נישטא די איי
קוים קוים
די טשיקן
חלומות ראזע
אין שווארצע רעאליטעט
צוריק-גייט-א-קאזע
צושפאלטן
די ברעט
דער זייגער מיט שפאס
ווייזט מיר זיין פינגער
בשעת
מיינס איך בייס
נישט פון הונגער
גרייכן שפיצן
א געדאנקן קוואל
ענערגישע בליצן
אפדינערט
אין דורכפאל
אנשטאט בויען צוביסלעך
א שטיין נאך א שטיין
זיי שטעלן אונטער פיסלעך
און שטערן
פשוט גיין
אראמאטישע וויין
צושפילט צו עסיג
מיין
פאנטאסטיש פלאן
ניטאמאל מעסיג
צוטרעטן מיאוס
מיט די אייגענע שיך
קענען די פיס
וואס זענען
גרעסער פון זיך
טרוימען זיסע
פארזויערט אין רעאליטעט
ס׳גרינג פון תפיסה
צי בויען שטעט
ווייט און נאנט
ס׳דא אבער דארט
א שטעכל דראנט
פון פליישיגע סארט
אילוזיעס פארבן
יעדן טאג פרישע
בלויז
אויף צי שטארבן
צו די חברה קדישא
שפאצירן אין רינגען
פון רצון און הרגל
אנציען די לונגען
פאר יעדע בערגל
דער מארגן געפאנגען
מיט נעכטיגע שטריק
דער יעצט צוגאנגען
מיט די מארגנדיגע בריק
שפאנען ארויף
און גליטשן שיף
זיין אויף
און שלאפן טיףףף
דורכפאל.
איך בעט מחילה
כ׳האב בכלל
נישט קיין עצה
קיין סגולה
נישט די שפראך
און מינדעסטע השגה
ווי צי מאכן גלייך
די דור הפלגה
מיין פארשלאג איז
אט דאס:
גיי
מיט ביידע פיס
אויף שטיקער גלאז
אויף וועגן שמאלע
שטריקלעך דינע
ביז, אז ימלא
שחוק פינו
די קאלירן ווילד
קאנטראסטן אלע מינע
פארבן וועט א בילד
פון השראת השכינה
צוריקנעמען די שולד
מיט א ברייטע שמייכל
הענגען אויף א שילד
אין גאט׳ס היכל
א קרבן צי זיין
וואס בעסער דען שייך
א עולה ויורד אליין
אויפן הייליגן מזבח!
Comments