top of page

ב-ראשית

  • Writer: Chesky Goldberger
    Chesky Goldberger
  • Nov 9, 2023
  • 1 min read

ree


אנהייבן פון א' איז

שוין עכט חלק ב׳

ווייל די וועג אהין ביז

קאסט אסאאאך שווייס


די איין טראפל טינט

איז א טרעפל בלויז

צו א זעליגע בונד

טיף און גרויס


אותיות פון חשכות

טינטיג און נאס

פינקלען בלאשקעס

פון דיאמאנד ווייס


ווארטן צו פארמירן

צווישן שורות מעלדן

טינטיג דאקומענטירן

געשיכטעס פון העלדן


פארעמען ווערטער

און פאראגראפן אפילו

קאפיטלען און ערטער

דאן געשיכטעס פולע


גווילים שטום

די געשיכטע נאך באהאלטן

פארוויקלט ארום

צווישן שפאלטן


ווערן געשריבן אויף

איר וועט אט

די זיסטע שטאף

א לערע פון גאט


א ערציילונג זיך שאפט

פון היסטארישע ווערד

די מוט און קראפט

שטודירט ווערט


די פינטלעך שטעלן זיך

צוזאמען ווי איין

איין טאג וועלן זיך

זיי גיבן צו פארשטיין


מצבים אומגעגרייט

פחדים און מורא

פרשיות געדרייט

פארעמען א ספר תורה!

Comments


bottom of page