בא-שנייט
- Chesky Goldberger
- Jan 10, 2024
- 1 min read

ביימער,
זיי זינגען
שטיל
און פול
א ווייסע
ניגון
א ווייסע
געפיל
גראז,
אין א ווייסע
טלית
געהילט
ניי, פריש
פריש גענייט
און
האפט אז
די פרישע וואל
בלייבן זאל
שניי ווייס
די וועלט,
אין א נייע
ווייסע
קלייד
זי שפילט
זי פילט
ווי א ווייסע
כלה
זי גייט
די האריזאנט
א פרישע
ווייסע
בלאט
אויפגעמישט
צו שרייבן
וואס איך וויל
און פיהל
זאל בלייבן
אין הארץ,
עס שפילט
א ווייסע
האף
זי שנייט
זיך פרייט
און
ווערט
באנייט
כ'האף.
Comments