בית של אש
- Chesky Goldberger
- Jun 9, 2023
- 1 min read

אברהם אברהם
קח נא
את בנך
גיי זאג אים
און טראג אים
די בשורה:
איבער א וואונד
א קינד
א שנור
און קינד'ס איר
א חורבן
א קרבן
טייער
אויפן פייער
געברענגט
און פארברענט
אברהם אברהם
די בשורה
פון א דירה
יאכלמו כקש
געווארן אש
א צווייגל און איר שטאם
ארויף אין פלאם
א ריח
דער מזבח
רייכערט מיט
נשמות און בלוט
אין פלאמען
טאטע מאמען
און קינד אויך
אוועק אין רויעך
אברהם אברהם
זיי מקבל
א מאן און ווייבל
אין דיין געצעלט
אין יענע וועלט
אויך אינמיטן
א בענקל א דריטן
פאר די קליינע נשמה
שהלך לעולמה
און פאר אונז
באווייז דעם קונץ
ווישן די טרערן
און גוטע בשורות הערן
א בית של אש
אן מענטשליך פלייש
א ריח ניחוח
פון קטורת רויעך
די פייער פון שכינה
בא יבא ברינה
Comments