גאלדענע טינט
- Chesky Goldberger
- Feb 29, 2024
- 1 min read

טינט
קען רייניגן
אויסוואשן
אפלאדענען
הערצער
טינט
קען פארפלעקן
פארשווארצן
פארטינטן
הערצער
טינט
קען פארבן
באשרייבן
אויסמאלן
פראכט
טינט
קען באגיסן
פארמיאוסן
פארטונקלען
פראכט
טינט
קען טראפן
גאלד
טוי
באלזאם
אויף א זעהל
טינט
קען טראפן
בלוט
אייטער
גיפט
אויף א זעהל
טינט. רינט. געשווינד.
טינט. טוט. גוט און זינד.
הארץ - אמת - גאלד -
איז דיין טינט?
Comments