top of page

גוט מסודר

  • Writer: Chesky Goldberger
    Chesky Goldberger
  • Jan 10, 2024
  • 1 min read





ס׳פליען כסדר

זאכן אן סדר

סדר אין קאפ

סדר אין לעבן.


אוי,

אביסעלע סדר

זאכן דא,

זענען נישט מסודר

כ'בין נישט דא

און אינגאנצן

נישט בסדר.


איך דארף -

מאכן סדר

זאכן

מיליאנען זאכן

א טראפעלע מער,

מסודר.


כ'וויל

זיין מסודר

און כ'וויל

מסדר זיין

א סדר

אבער כ'בין

זיך נישט מסדר.


אה, געטראפן סדר

אין סידור.


מסודר?

Comments


bottom of page