דער אלטער נודניק
- Chesky Goldberger
- Jun 9, 2023
- 1 min read

ביים לעבנס שוועל
דארט איז ער
אונטערשמירן שנעל
סם מוז ער
דער מלאך
המוות הייסט ער
מיט א מהלך
א טייוול מייסטער
ווייסע זאקן
האלב מונטער
אויך א פלאקן
שטופט נאך אונטער
א בעל בית
קוים ביים חיות
א פארדרוס
עפעס מיאוס
א למדן ווייטער
קוים מיט הכרה
א נודזש א מאטער
א כאפ, א סברא
דער בלויער קאלער
אטעמט כמעט-נישט
נאך א קרום דאַלער
נע, ס'שאדט-נישט
זקנים ונערים
פאלן פאר זיין נעץ
רייך צו ארעם
די זעלבע העץ
זקן וכסיל
אלע סארט טיפן
באציאונג ער וויל
שאפן און קניפן
געזונט צי פאציענט
מיט יעדעם א שפראך
טרעפט א קליענט
איבעראל צוגלייך
זיך אליין אל תאמין
ער איז א ראפינירטער
און אפשר מיט גראמען
אמאל פארפירט ער?
Comments