top of page

התחלות הזמן

  • Writer: Chesky Goldberger
    Chesky Goldberger
  • Jun 9, 2023
  • 1 min read

ree

א‭ ‬נייע‭ ‬זמן

א‭ ‬פרישע‭ ‬קאמף

א‭ ‬גרעסערע‭ ‬באן

דארף‭ ‬מער‭ ‬דאמף


א‭ ‬נייע‭ ‬לאקאציע

א‭ ‬ווייטערע‭ ‬אדרעס

א‭ ‬בעסערע‭ ‬וואקאציע

דארף‭ ‬מער‭ ‬געז


א‭ ‬העכערע‭ ‬בנין

האט‭ ‬טיפערע‭ ‬יסודות

א‭ ‬קלאסיפיצירטע‭ ‬ענין

איז‭ ‬פולער‭ ‬מיט‭ ‬סודות


טרענירטע‭ ‬קעמפער

פירן‭ ‬ברוטאלערע‭ ‬שלאכטן

א‭ ‬קאמפליצירטע‭ ‬ענטפער

נעמט‭ ‬לענגער‭ ‬צי‭ ‬טראכטן


א‭ ‬נייע‭ ‬מעדיצין

דארף‭ ‬בעסערע‭ ‬כעמיסטן

א‭ ‬פארגעשריטענע‭ ‬מאשין

בעסערע‭ ‬ספעציעליסטן


טעכנאלאגיע'ס‭ ‬ערפינדן

דארף‭ ‬מען‭ ‬טעסטן

דורכברוך‭ ‬איז‭ ‬פארבינדן

מיט‭ ‬פיל‭ ‬פארמעסטן


א‭ ‬ליכטיגערע‭ ‬וועלט

נוצט‭ ‬מער‭ ‬לעקטער

ווי‭ ‬מער‭ ‬פארשטעלט

אלס‭ ‬א‭ ‬בעסערע‭ ‬עקטער


ווי‭ ‬ווערדפולער‭ ‬די‭ ‬קאמער

אלס‭ ‬שטערקערע‭ ‬שלעסער

ווי‭ ‬העכער‭ ‬די‭ ‬האמער

איז‭ ‬די‭ ‬קלאפ‭ ‬בעסער

ווי‭ ‬גרעסער‭ ‬די‭ ‬פלאם

קאכט‭ ‬עס‭ ‬שנעלער

א‭ ‬געשיכטע‭ ‬מיט‭ ‬טעם

האט‭ ‬דראמאטישע‭ ‬פעלער


העכער‭ ‬איז‭ ‬שווער

אבער‭ ‬די‭ ‬אויסקוק‭ ‬שענער

פארן‭ ‬רוען‭ ‬מער

באצאלט‭ ‬איז‭ ‬קלענער


‭-‬


נסיונות‭ ‬פון‭ ‬נעכטן

רצונות‭ ‬פון‭ ‬מארגן

דער‭ ‬היינט‭ ‬שחט'ן

מיטן‭ ‬מעסער‭ ‬פון‭ ‬זארגן


די‭ ‬נעכטיגע‭ ‬פארלירער

קען‭ ‬היינט‭ ‬זיין‭ ‬זיגער

ביסט‭ ‬א‭ ‬נייע‭ ‬פירער

עלטער‭ ‬און‭ ‬קלוגער


גאולה‭ ‬האט‭ ‬גלות

אזוי‭ ‬מוז‭ ‬זיין

יעדן‭ ‬טאג, ‬התחלות

הזמן‭.‬

Comments


bottom of page