top of page

ווער נישט טינטיג

  • Writer: Chesky Goldberger
    Chesky Goldberger
  • Nov 15, 2023
  • 1 min read

ree


טינקן א פעדער, אין ימ'ן טאלאנט

קען פירן אין בעדער, און פירקלען שאנד

מאלן פאראגראפן, מיט שורות טינט

קאנטראווערסיעס שאפן, קען געשווינד

עס פאדערט טאלאנט, צו זיין טאלאנטפול

ווערן באקאנט, איז צומאל שאנדפול

דער בליי האט עקן, צוויי באזונדער

מער-ווי-שרייבן איז מעקן, אמת'ע וואונדער

זיין א בר הכי, איז א בריקל א שמאלע

כשרונות איז א ברכה, וואס איז מעגליך לבטלה

פענעס קענען טראפן, טרערן און בלוטן

ווידער אויך פאפן, און פארדרייען דעם גוטן

נישט יעדע געפיל, קומט אויף גויל

א ווערטער שפיל, האט אויך א גבול

טינט דארף מען זייען, זיפן פון קלייבן

ווערטער פארשטייען, אז ס'פאסט נישט אלעס צו שרייבן


מעסטן און וועגן, איז א מוז ביים פאעט

ווייל אויף יעדע תג פרעגן, אין הימל מ'וועט

שעפעריש איז צוקער, מיט א מאס איז פיין

ווער אבער נישט שיכור, פון א קריעיטיוו ליין

אז פעדערן מ'האט, קען מען אפפליען דערמיט

איז בעט צו גאט, העלף מיר שרייבן ווי איד!

Comments


bottom of page