top of page

זעכציג האמער

  • Writer: Chesky Goldberger
    Chesky Goldberger
  • Jul 25, 2022
  • 1 min read

ree

דער זייגער האקט

מיט 60 האמער

צווישן צוואנגען קלאמער

צום טאקט -

פון לעבן


דער זייגער כאפט

פאר זיך אלע סעקונדן

איגנארירט וואונדן

און קלאפט -

שטרעבן




דער זייגער שפאנט

פיצל טריטן

סעקונדעס מינוטן

קאפ אין וואנט -

נאך דערצו


דער זייגער וואונקט

מיטן פינגער נא-נא

און נאך א שעה

קלונגט -

נו?


דער זייגער קריכט

מיטן שטעקן אין די הענט

אויף גראדע ווענט

און זוכט -

ווייט


דער זייגער לויפט

מיט די פיס ביידע

אין יעדע געביידע

און קויפט -

צייט


-


אינגאנצן פארגאפט

אויף זיין לעבהאפט

איך שטיי -

ביים זייגער


זיין טרייב קראפט

און שטאנדהאפט

הלוווואי -

פאר מיר זיין שטייגער


-


האסט א בעטערי?

Comments


bottom of page