טראפעלעך לעבן
- Chesky Goldberger
- Nov 16, 2023
- 1 min read

טראפעלעך טינט
געקריצט אויף הארץ
פון טונקל גאלד
און ליכטיג שווארץ
שווארצע קויל
אויף פייער געל
גליען פונקען
אדורכן זעל
בלעטער זיס
מלא טעם
געווירצן שארף
א רעצעפט מסתם
תבלין זיס
וואס היילן קען
ווי טיי סערווירט
מיטן גאנצן ברען
מלאכים שוועבן
שעפשן מיט
שרפים גלאצן
פאטשן מיט
א גן עדן געזאנג
פון נאטן אראמיש
מעלאדיעס פון
אין הימל ממש
אותיות שפרינגען
אונטער מיט אייפער
פון די גלייזן ארויס
און פון ספר
אן אביי פייער
ברענט און בריעט
די רבא פלאם
בלעזלט, ציעט
נשמה געטראנק
פאר'ן איד
א תחי' געזאנג
פון א נפש מיד
די אויגן פאלן
די אותיות ארויס
קומען נענטער
און ווערן גרויס
גרעסער גרעסער
שווארץ געדיכט
א בליץ, און דאן.
געטליך ליכט
א שלאף פון לעבן
וואס דורות טוט
און וועקן וועט
די נשמה פון א איד.
Comments