כוואליעס
- Chesky Goldberger
- Nov 9, 2023
- 1 min read

א טישטוך פון דיימאנט אויסגעגאסן
עס פינקלען די שטערן אין איר
די ליכט איר געשעפט שוין פארשלאסן
די האריזאנט פארשפארט שוין איר טיר
די ווינטל א כוואליע טוט יאגן
שטופט איר און טרייבט איר צום ברעג
פיל מזל די וועלט מיר פארמאגן
אז וואסערן האבן אן עק
קלאפן זיי מאנאטאניש ביים טיר
די שטיינער און זאמד באגריסן
פארשעמטע צוריק ציען זיך פון איר
באזיגטע זיי בייגן-זיך און צופליסן
א ליכטל געבויגן א מאטע
שמייכלדיג איר ליכט פארשפרייט
פון הימל דארט שיקט שטראלן ווייטע
איידער אין ים זי צוגייט
פאטשט פינסטערניש די הענט אירע
די אויגן פון חשכות פארבלענדט
שטייט דארט א שורה נאך שורה
פון ענדלאזע טונקעלע ווענט
אין א שטילן געפליסטער זיי רוישן
געהיימניס זיי ברענגען מיט זיך
די וועלט פונקט ווי אונז טוט זיך טוישן
ארויף און אראפ שנעל און גיך
פון שטורעם מען קען צומאל פאלן
זיך ווארפן פון שרעק און זארגן
נאכט קען אויסבלאזן שטראלן
ביים ברעג עס ווארט א מארגן!
Comments