מיין טאטע איז נישט אינדערהיים
- Chesky Goldberger
- Jun 7, 2023
- 1 min read

כ'בין דער איינער
וואס וועט אלס וויסן
וואס טראכטן די אוקראיינער
וואס ווילן די רוסן
כ'בין דער איינער
וואס טוט נישט וויסן
וואס טראכט דער איינער
וואס מאכט מיינע באשלוסן
כ'בין דער יענער
וואס ווייסט אלס וועלטליך
וואס מיאוס וואס שענער
ווארעם צי קעלט'ליך
כ'בין דער זעלבער יענער
וואס ווייסט נישט בכלל
נישט זיך אליין קען-ער
און דערקענט זיך נישט דערווייל
איך בין דער
וואס זאגט דעות
דרשן און ערקלער
מיט די נאסע פיאות
איך בין דער
זעלבער בעל דעת
וואס זאגן איז שווער
אנדערש ווי די גאס
כ'בין דער יונגערמאן
דער דרייסטער
פונקט וואס וועט זיין
אלץ ווייסט ער
כ'בין דער יונגערמאן
אנע קאפ
האט נישט קיין פלאן
און מוח קיין טראפ
אז ס'נישטא דער איינער
וואס קען יענער יונגערמאן
איז נישטא קיינער
וואס שטייט דא איין
Comments