מיליאן מהותים

פארברענט
פון מיין אייגן זיך
צוקוועטשט
אין מיינע שיך
צושמאלצן
פון געפיהלן הייס
צולאזט
פון צופיל שווייס
פארשטומט
פון מיינע קרעכצן
פארטרוקנט
פון אזויפיל לעכצן
פארטייבט
פון צופיל וועלן
פארשוועמט
פון ענדלאז קוועלן
פארפרוירן
פון מיינע רעיונות
צופיצלט
פון מיליאנען רצונות
צומישט
פון אזויפיל פלאנירן
פארקלאצט
פון ענדלאז רעאגירן
כ'פלאץ ארויס
פון מיין אייגן הויט
צוגאסט
אין מיין פריוואטע הויז
צודרוקט
פון מיין הוט
דערשטיקט
פון גארן גוט
איך עס אויף זיך
און האב עס נישט ליב
שלונג איין די איך
אין מיין אייגענע גרוב
-
נע ונד
יורד ועולה
אין זיך מהאט
שלעכטע און וואוילע
סנישט טעותים
נאר דעזיינד
מיליאן מהותים
האט מיר געמיינט
אטאמישע מאטריאל
זידט אין מיר
ראדיאטישע שטראל
שטערקער פון מיר
אין מיר א רעאקטער
וואס פירט
א כאראקטער
צו ווערן פארמירט
טאטע, פאר אלעם, פשוט, יישר כח.
Comments