סוקסעס געקרוינט
- Chesky Goldberger
- Jun 7, 2023
- 1 min read

אויף דיין קאפ א קרוין פון גאלד
און זיין דארט איך וואלט אזוי געוואלט
צווישן איידעלע פערל אויך זיך געפונען
דיין געטליכע כבוד מיט מיין פראכט באדינען
אבער ענדלאז דער וועג צום שפיץ כתר
לאנגע און אויסמוטשענדע מסעות עשר
אויף צאללאזע קריצן און שטיין
און גליטשיגע מעטאל פרובירן גיין
טאלן מסוכנ'דיגע און טיפע
בערגלעך שווערע און שיפע
דער וועג אומדערהייבבאר שווער
אבער ווי העכער, הוף, ס'ווערט נאר מער
אה, דער שפיץ, עס שיינען שוין די שטראלן
אךךך, צום גרונד, ווידער געפאלן
איך פרוביר גרייכן העכער און העכער
אבער די וועג איז פול מיט לעכער
צובראכן מיט שטרויכלונגען יעדע מין
וויאזוי קען איינער דען גרייכן אהין
א בליץ אין קאפ א פרישע געדאנק
לאז אפ, איך בין שוין לאנג
א שאד צו זוכן, איך געפין זיך שוין
אויב פרוביר איך קריכן, בין איך שוין אויפן קרוין
די שטיינדלעך דערנעבן, און טיפע קריצונג
זענען צירונג פון שטרעבן, און פאכמאנישע שניצונג
מענטשן פונקט ווי מיר, וואס האבן פרובירט
און מיט זייער מיה, א קרוין האבן פארמירט
איך וויל שפיץ גרייכן, אבער פארט
איך בין אויפן קרוין, אבי איך בין דארט!
Comments