פלי-לאזע העליום
- Chesky Goldberger
- Jun 18
- 1 min read

פליה-לאזע העליום
א פלעמעלע
הונגעריג
נאך לופט -
אבער נישטאָ.
פידל סטרונעס
געשפאַנט,
די פינגערס -
קומען נישט אָן.
טינט,
ענדלאז
אין א פענע
פאַרמאַכט.
א ניגון
פארזיגלט אין גלאָז,
זינגט -
אומגעהערט.
דאַמף
עס באבלט
אין א לאָקאָמאָטיוו
אָן רעדער.
פליגלען -
ברייט און לאנג
באשאפן
צו פליען -
אבער צוגעקלעבט.
א שופר
פארשטויבט
אין א לעדל -
בלאזט גארנישט
נאר שטילקייט.
און איך -
א באלאָן
פון העליום,
געבינדן
צו א צוים,
א צוים -
פון וואָס?
Comments