top of page

צובלאזענע שטיינדעלעך

  • Writer: Chesky Goldberger
    Chesky Goldberger
  • Jun 7, 2023
  • 1 min read

ree

מיין‭ ‬נאסע‭ ‬קישן

אויסגעשאקלט‭ ‬אין‭ ‬הימל

פעדערן‭ ‬פון‭ ‬פאנטאזיע

שוועבט‭ ‬זיך‭ ‬אן‭ ‬טומל

פעקלעך‭ ‬דאגות

פליען‭ ‬זיך‭ ‬ווי‭ ‬וועלטן

מיליאנען‭ ‬פראגעס

שפאצירן‭ ‬זיך‭ ‬אין‭ ‬די‭ ‬קעלטן


פאל‭ ‬מיר‭ ‬געלאסן

שטיינדלעך‭ ‬פון‭ ‬הארץ

פארב‭ ‬מיר‭ ‬די‭ ‬גאסן

ווייס‭ ‬פון‭ ‬שווארץ


פליה‭ ‬פליה

ווי‭ ‬שנייעלעך‭ ‬שטאט

אבי‭ ‬וואו

אבער‭ ‬ערגעץ‭ ‬ווייט


טוה‭ ‬אן‭ ‬פליגל

און‭ ‬נעם‭ ‬מיט‭ ‬די‭ ‬וויי

בארואיג‭ ‬אין‭ ‬וויגל

גוט‭ ‬איין‭ ‬זיי


קאלירלאז‭ ‬פארשטעלט

זוך‭ ‬די‭ ‬אדרעסן

קום‭ ‬קאלעך‭ ‬די‭ ‬וועלט

זי‭ ‬זאל‭ ‬פארגעסן

אראפ‭ ‬אראפ

פון‭ ‬הארץ‭ ‬א‭ ‬משא

וואש‭ ‬און‭ ‬בלאז‭ ‬אפ

די‭ ‬געפילן‭ ‬נאסע


צוטרעטן‭ ‬אינגאנצן

און‭ ‬שארן‭ ‬אוועק

גיבט‭ ‬מיר‭ ‬שאנסן

זיך‭ ‬צו‭ ‬פטר'ן‭ ‬פון‭ ‬שרעק


ביסט‭ ‬גוט‭ ‬אלס‭ ‬גאסט

אין‭ ‬צייט‭ ‬געקומען

האסט‭ ‬א‭ ‬שטיק‭ ‬לאסט

מיר‭ ‬אוועקגענומען


דיין‭ ‬ערשיינען

מיר‭ ‬דערפרייט

מקען‭ ‬מיינען

פשוט‭, ‬ס‭'‬שנייט

Comments


bottom of page