top of page

צושאקלט

  • Writer: Chesky Goldberger
    Chesky Goldberger
  • Oct 10, 2023
  • 1 min read

Updated: Nov 9, 2023


ree



צושאקלט

אינגאנצן

איך שאקל,

שאקל אהער

שאקל אהין

ארויף, אראפ

א שאקל

נאך א שאקל,

מיין וועלט

מיין שטאנד

עס שאקלט

און וואקלט,

קיין שקל

קיין שיקול

אויסגעשאקלט

און לער,

טאטע זיסער -

שאקל שוין

שאקל אוועק

שאקל אויף

שאקל אפ,

אבער ליבער -

שאקל נישט

כבעט דיר

צי שטארק,

מיט די בלעטער

מיינע

ליפן און הארץ

וואס שאקלען,

שאקל מיט

שאקל צו,

מיין ווילן

צו דיין

און דיין ווילן

צו מיין

דיין קאמער

שאקל אויס

די רעכטע ארבל

ארויס

חסדים, דורכאויס

און זאג,

נאדער - זיסער.

Comments


bottom of page