צען צו דריי
- Chesky Goldberger
- Jun 7, 2023
- 1 min read

אין צען פון צען
מיט דריי געשען
דריי מאל געווען
הונגעריג פארשמאכט
ביטער, פארטראכט
גענומען אין אכט
די ערשטע אין די רייע
צום ערשטן מאל א נייע
מיט יונישע דעה
די איינציגע ירושה
צו חול פון קדושה
א תורה (ח"ו) א פרישע
דער פירער אין ניין
ווי לעכט גייט איין
און פארלעשט איר שיין
געפאלן דער שר
אין צען דערפאר
קלאגן אין צער
צען מאל מער
פאלט א טרער
חורבן און געווער
פארטרויערט
ארומגעמויערט
א סכנה הויערט
שווערדן שלייפן
די שטריק שטייפן
פחדים באגרייפן
שטיין געריבן
ביז צען און זיבן
און, פארטריבן
דריי מאל, דריי
פעטש טוען, איי
צען מאל מער וויי
Comments