רויטע מטבעות
- Chesky Goldberger
- Sep 14, 2023
- 1 min read

איך האב אלעס, מיין קינד, אבער איך גיי נאך געלט
נישטא דא קיין דלות, אבער כאילו עפעס פעלט
קלייב איך פאר נדבות, וואנדער די וועלט
קלאפ אויף טירן מיט מזוזות אדער אן אפילו
איך לויף צו יעדע מנין, כאפ אריין יעדע תפלה
ערוועקן די הארץ, פרובירן יעדע פעולה
מיט האפענונג אין די אויגן, איך גאר, איך האף
מיין ערוואטונג שפירן, ערפולן דעם חוב
ווייזן, אנערקענען, כ׳קוק ארויס דערויף
איך בעט נישט אסאך, די קלענסטע נדבה איז גוט
אבער הלואי, דו טראכסט אויך די איין מינוט
מיט הארץ, געפיל, אויפנעמען מיינע טריט
האסטו עפעס פאר מיר, מיין דארשט צו שטילן
קענסטו מיר עפעס גיבן, מיין רחמנות ערפולן
איך זוך דא איינער וואס טוט מיין ווילן
צי קענסטו גיבן, וואס פעלט מיר, עפעס ווערדפול
א קלייניגקייט, מאטעריאליסטיש, עפעס ערדפול
ווייל מיין ליבע צו דיר, עס פארמערט פיל
עפעס אפפער, טרייהייט, ארגינעלע ריינע טאהט
וואס באדינער לעכצן דא ווען צו האבן געהאט
עס מאנגלט דא, מ’ברענגט עס פון ווייט
-
טאטע, איך האב נישט פון דיינע לעכצנדע ממתקים
עפעס וואס פעלט, ביי דיר דארט אין די מרחקים
וואס קען איך דען דיר גיבן דא ממעמעקים
קראתיך השם, איך זעה דיך דא ארומגיין שנארן
מען פארקלאפט דיר די טיר אזויפיל מיט צארן
דיין נאמען פארשעמט, פארשוועכט געווארן
לך השם, טאטע, דו בעטסט צדקה ביי די מנינים
אבער כ'האב נישט טאטע קיין ערנסטע קנינים
איין זאך בלויז, אביסל, רויטע, בושת הפנים!
Comments