top of page

שובבי״ם שאטנס

  • Writer: Chesky Goldberger
    Chesky Goldberger
  • Jun 7, 2023
  • 1 min read

ree

מארשירן‭ ‬שאטנס‭ ‬צום‭ ‬טאקט‭ ‬פון‭ ‬ווינט

שאקלען‭ ‬און‭ ‬ווינקן‭ ‬אין‭ ‬די‭ ‬חושך‭ ‬בלינד

טראפנס‭ ‬שנירלעך‭ ‬פון‭ ‬קרייזלעך‭ ‬נאסע

פלינקע‭ ‬טריטן‭ ‬א‭ ‬שווארצע‭ ‬מאסע

שטראמען‭ ‬יונגען‭ ‬די‭ ‬נאכט‭ ‬וועקן

שטראמע‭ ‬פיגורן‭ ‬מיט‭ ‬צופלויגענע‭ ‬עקן

שווימען‭ ‬מיט‭ ‬אימפעט‭ ‬ווי‭ ‬כוואליעס‭ ‬נאכאנאנד

תמימות'דיגע‭ ‬פנים'ער‭ ‬און‭ ‬טארבלעך‭ ‬ביי‭ ‬די‭ ‬האנט

פליען‭ ‬אין‭ ‬די‭ ‬גאסן‭ ‬ווי‭ ‬גייסטן‭ ‬זיי

באדעקן‭ ‬די‭ ‬טראטואר‭ ‬מיט‭ ‬שווארצע‭ ‬שניי

א‭ ‬הויעכער‭ ‬שלאנקער‭ ‬און‭ ‬א‭ ‬פיצל‭ ‬פיגור

זיין‭ ‬ברודערל‭ ‬קליינער‭ ‬צי‭ ‬אייניקל‭ ‬גאר

לויפן‭ ‬און‭ ‬לויפן‭ ‬זיי‭ ‬אין‭ ‬די‭ ‬ליכטלאזע‭ ‬באגינען

נאך‭ ‬בעפאר‭ ‬די‭ ‬וועלט‭ ‬איין‭ ‬איינציג‭ ‬גאט‭ ‬דינען

פוסטקייט‭ ‬אויף‭ ‬די‭ ‬גאס‭ ‬קעניגט‭ ‬אצינד

אויך‭ ‬בייזע‭ ‬רוחות‭ ‬רייטן‭ ‬אויף‭ ‬די‭ ‬ווינט

ציללאזע‭ ‬כוליגאנעס‭ ‬מיט‭ ‬א‭ ‬ריח‭ ‬גיהנום

פאנטאזירן‭ ‬פאסטקעס‭ ‬פאר‭ ‬דער‭ ‬צי‭ ‬יענעם

שרעק‭ ‬ווארפנדע‭ ‬שטימעס‭ ‬און‭ ‬הולטייאישע‭ ‬געלעכטער

פנימער‭ ‬פון‭ ‬טייוול‭ ‬שלעכטער‭, ‬געדעכטער

רוישן‭ ‬געשטאלטן‭ ‬אין‭ ‬די‭ ‬מאיומדיגע‭ ‬פארטאגסן

פאלגזאמע‭ ‬שאף‭, ‬און‭ ‬צורייצטע‭ ‬פוקסן

זיי‭ ‬און‭ ‬אונז‭ ‬מיט‭ ‬שטאלץ‭ ‬זיך‭ ‬שיידן

ביי‭ ‬די‭ ‬טירן‭ ‬פון‭ ‬האלץ‭ ‬צום‭ ‬ערדישן‭ ‬גן‭ ‬עדן

אונזער‭ ‬אייביגע‭ ‬ירושה‭ ‬האלזן‭ ‬און‭ ‬ליבן

א‭ ‬ליכטיגע‭ ‬קדושה‭ ‬פון‭ ‬הר‭ ‬סיני‭ ‬געבליבן

שׁוֹבָבִים‭ - ‬א‭ ‬מציאות‭ ‬פון‭ ‬גארנישט‭ ‬און‭ ‬זיך‭ ‬לייגן

שובבי"ם‭ - ‬א‭ ‬מציאה‭ ‬צו‭ ‬אויפשטיין‭ ‬און‭ ‬שטייגן

Comments


bottom of page