top of page

שטיקעלעך איד

  • Writer: Chesky Goldberger
    Chesky Goldberger
  • Feb 19, 2024
  • 1 min read

ree






שטיקעלעך מענטש

ברעקעלעך הארץ

שארבעלעך מוח

צעבראכן. צעפיצלט. נישטא.

שנירלעך האפענונג

וואלקנדלעך טרייסט

בלעזלעך דערגרייכונג

צעבלאזן. צעגאנגען. נישטא.

פינטלעך רצון

שפענדלעך פייער

פונקעלעך שטרעבן

צעטראטן. פארלאשן. נישטא.

פלעמעלעך דראנג

ליכטעלעך טרוים

פאקעלעך שטרעבן

צערינען. צעלאזט. נישטא.

-

אַ פינטעלע איד

אַ טראפעלע בלוט

אַ ברעקעלע האף

אלעמאל. איבעראל. איז דא.


Comments


bottom of page